װעגן FOI
FOI פֿירט אָן מיט פֿאָרשונג פֿאַר אַ זיכערער װעלט. אָט דאָס איז אונדזער װיזיע. זי, די װיזיע, איז װיכטיק אין יעדן טײל אַרבעט. FOI, דער אַרמײיִשער אינסטיטיט פֿאַר פֿאָרשונג, אַרבעט מיט אַלע מינים ענינים װעגן באַשיצונג און זיכערקײט.
מיר אַנאַליזירן זיכערקײט־פּאָליטישע ענינים און שאַצן אָפּ פֿאַרשײדענע מינים סכּנות. מיר זענען מבֿנים װען ס'קומט צו אונטערימישער פֿאָרשונג און פֿאָרשונג װעגן אויפֿרײַסמאַטעריאַלן. מיר אַנטװיקלען באַשלוס־סיסטעמען און סיסטעמען װוּ מענטשן, טעכניק און אָרגאַניזאַציעס װעלן אַרבעטן צוזאַמען. מיר פֿירן אויך אָן מיט פֿאָרשונג װעגן אײראָ־סיסטעמען, אי"ט־זיכערקײט, ראַדאַר, לאַזער און אַנדערע סענסאָר־סיסטעמען, און אויך סיסטעמען װעגן געפֿערלעכע סובסטאַנסן.
מיר פֿירן אָן מיט אונדזער פֿאָרשונג, אי אין אַ לאַנגמשכדיקער פּערספּעקטיװ פֿאַר בויען קענטעניש, אי אין פּראַקטישער אַרבעט. דאַן, ניצט מען פֿאָרשונג און אַנטװיקלונג, אַנאַליזן און אַזוי װײַטער כּדי צו ענטפֿערן קורצמשכדיקע פֿראַגעס פֿון די אויפֿזעערס.
בײַ FOI פֿאָרשט מען װעגן זיכערקײט אויף אַלע ניװאָען געזעלשאַפֿט – נאַציאָנאַל, רעגיאָנאַך, לאָקאַל. FOIס קענטשאַפֿט איז באַקאַנט אויך אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע און מיר פֿירן זיך אָן מיט פֿאַרשײדענע אײ"פֿ־פּראָיעקטן.
FOI איז אײן פֿון די סאַמע בעסטע אינסטיטוטן װאָס שײך באַשיצונג און זיכערקײט. FOI איז אַ מלוכישע אינסטאַנץ בײַם שיץ־דעפּאַרטעמענט און ס'רובֿ אַרבעט אַיז פֿינאַנצירט געװאָרן פֿון די אויפֿזעערס. אונדזערע װיכטיקסטע אויפֿזעערס זענען דאָס שװעדישע מיליטער, דעם מיליטערס מאַטעריאַל־אַדמיניסטראַציע, דער רעגירונג־אַמט און די אינסטאַנץ פֿאַר געזעלשאַפֿטלעכן שיץ און גרײטקײט, MSB. מיר פֿירן זיך אויך אָן מיט אויפֿגאַבעס פֿון אַנדערע מלוכישע אינסטאַנצן, קאָמונעס און פֿירמעס אין, בפֿרט, קריזיס־גרײטקײט און זיכערקײט.
דער אינסטיטוט האָט בערך 1000 אָנגעשטעלטע אַרבעטערס. פֿון זײ זענען בערך 800 אַקאַדימישע פֿאָרשערס. בײַ FOI אַרבעטן פֿיזיקערס, כעמיסטן, אינזשענירן, סאָציאַל־װיסנשאַפֿטלערס, מאַטעמאַטיקערס און פֿילאָסאָפֿן מיט פֿאָרשונג, אַנטװיקלען מעטאָדן און טעכניק, אַנאַליזן און שטודיום.
מע קען לײענען FOIס פֿאָרשונג־ראַפּאָרטן אויף שװעדיש און, אַ מאָל, אויך אויף ענגליש. מע קען די ראַפּאָרטן אַראָפּלאָדן אויפֿן זײַטל ראַפּאָרטן
די קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציעס פֿון FOI זענען דאָ אונטערשט אויפֿן דאָזיקן זײַטל, נישט אָפּהענגיק פֿון װוּ אויפֿן זײַטל מען געפֿינט זיך.
טאָמער, װילסטו איבערגעבן אַ קאָמענטאַר װעגן דעם װעבזײַטל, קענסטו געבן אַ קװעטש דעם בלאָע "איבערגעבן פֿידבעק"־קנעפּל